arrow_back
LFEBridge
DONATE

close


Dear Friends,This is regarding distinguished friend of ours, very close to us, of course we cannot call out his name, but we all know him.We grew up together & witnessed ourselves the struggles he went through, illnesses, pain & many other difficult situations, but he never set back, always courageously went on, yet his effort has paid out & he raised a beautiful family with wonderful kids.But after all of this, he is financially broke.In several days our friend is about to marry off his first child and there isn’t a single dollar for this so happy moment, the atmosphere is cloudy & dark, he literally has nothing, simply nothing.Sure enough, besides the huge expenses of the wedding, mountains of debts have piled up all along the road during the past years.Our friend felt choked.Having no other choice he cried out to us his pain, begging to us to help him out in this crisis.Time is short, and we have set a goal to deliver him $25,000 in the next couple of days, to help him finally enjoy some happiness in this very happy time.And here is the good news, we met a generous donor who is ready to match every every donation we get, meaning that if we raise $12,500 he will just match this amount and we will accomplish our goal.So please consider this, every dollar you donate is actually worth double! Please open your heart & wallet, take action! Donate now.Thanks & may we all always be on the giving side.טייערע חברים!מיר ווילן דא רעדן צו אייך וועגן איינעם א חשוב'ער יונגערמאן, זייער נאענט צו אונז, וואס מען קען נישט שרייבן אלע פרטים מפני כבוד המשפחה, וואס האט שוין א סאך זוכה געווען צו טון במשך די יארן פאר אידנס וועגן.מיר אלע קענען אים זייער גוט, מיר זענען אויפגעוואקסן אינאיינעם, מיטגעהאלטן זיינע מצבים, און ליידער איז ער במשך די יארן אריבער ל"ע שווערע צייטן, מיט יסורים און מכאובים, זיך ארומגעפלאגט א לאנגע צייט, ואכמ''ל. אבער ב"ה אז ער האט זיך כסדר מחזק געווען און אנגעגאנגען ווייטער מיט זיין נאבעלן סדר החיים און אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב מיט חשובע קינדער לשם ולתפארת.אבער דער פינאנציעלער מצב אין שטוב איז יעצט איום ונורא. אין געציילטע טעג מאכט ער חתונה א קינד, ולרש אין כל. אנשטאט צו קענען צוגיין צו דער שמחה מיט א פרייליך געמיט, איז די גאנצע אטמאסעפער אנגעצויגן און פארכמורעט. ער קוקט ארויס מיט א הילפלאזיגן בליק: מאין יבא עזרי?! אן קיין געלט איז דאך נישטא קיין חתונה, ווי קען ער זיך דערנענטערן א טריט נענטער צו דער שמחה ווען ער האט ממש ממש גארנישט?ווייל אויסער די אויסגאבן וואס קומען ווי פארשטענדליך אויף ביים אויסקליידן א קינד און די שושבינין צו א חתונה איז דער יונגערמאן אויך דערטרונקען און פארקנוילט אין אסטראנאמישע חובות, וואס האבן זיך אים אנגעזאמלט במשך דער תקופה פון די יארן, און ער מוז עמוירדזשענסי האבן פינאנציעלע הילף זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס.וירא בצר לו, האט דער יונגערמאן זיך געוואנדן צו אונז, זיינע ידידים און גוטע פריינט, דאגה בלב איש ישיחנה, און זיך צו אונז געבעטן מיט א הארצרייסנדן געשריי: ראטעוועט מיך! ווייל איך שפיר, אויב האב איך נישט קיין הילף, ווי איך ברעך אונטער, חלילה!אלזא, היות מיר קענען און טארן טאקע נישט בלייבן שטיין אין דער זייט גלייכגילטיג, האבן מיר חברים זיך אונטערגענומען צוזאמצושטעלן פאר דער חתונה דעם סכום פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלער. און דאס קען נאר קומען מיט א כח הרבים, דעריבער בעטן זיך מיר צו אייך, טייערע ברידער, רחמנים בני רחמנים, מיט ממש קליין געלד קען מען יעצט אריינברענגען א ליכטיקייט אין זיין שטוב לכבוד דער שמחה. אל תעמדו מנגד אין אזא גורלדיגער מינוט.היות עס איז זייער קורץ אין צייט, מען האלט שוין ממש ערב דער חתונה, מאכן מיר בעזר השם א ''72 שעה בליץ קאמפיין'', מיט דער האפענונג צו שאפן די סומע, און אויב מיר חברים וועלן אריינברענגען העלפט פונעם דערמאנטן סכום איז א גרויסער נדיב גרייט עס צו מעטשן.אין אנדערע ווערטער: אויב קומט דורך אונז אריין 12.500 טויזנט דאלאר גייט דער נדיב אויך געבן דעם סכום בעז"ה.אצינד טראכט אריין! יעדן דאלאר וויפיל איר גיט, גייט דער נצרך באקומען דאפעלט. לאזט נישט ארויס פון דער האנט די זעלטענע צדקה געלעגנהייט, רופט אייך שוין אן ווארעם מיט אן אפן הארץ און ברייטע טאש!ובזכות זה תתברכו משמי שמים בכל הברכות האמורות בתורה.וימלא השם כל משאלות לבכם לטובה!




Artículos relacionados